דובנא
|
דובנא אדער דובנע (אוקראיניש: Дубно; פויליש: Dubno) איז א שטאט אין ראוונער גובערניע (Рівненської області) אין וואהלין, מערב אוקראינע אויף די ברעגן פון טייך איקווע.
אין דער מיטל אלטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די שטאט דובנא ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין דאקומענטן פון יאר 1100. אין דעם פערצנטן יארהונדערט איז די שטאט מיטן ארומיגן געגנט געווארן אנעקסירט צו פוילן. אין יענער תקופה האט מען געבויט די פעסטונג פון דובנא. אין 1498 האט דובנא באקומען שטאטישע רעכטן, וואס האט געצויגן צו דער שטאט נייע באוואוינער, מערסטנס יידן און ארמענער. די יידן האבן גערופן די שטאט "דובנא".
יידן אין דובנא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געשיכטע פון די יידן אין דער שטאט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביים סוף פונעם פופצנטן יארהונדערט, ווען ס׳איז ארויסגעקומען דער באפעל וואס גיט די איינוואוינער פון דובנא בירגער־רעכטן און די פרייהייט צו האנדלען, זענען געקומען וואוינען אין דובנא א סך יידן וואס האבן זיך באשעפטיגט אין מסחר און ארבעט. אין דעם צענזוס וואס מ׳האט געהאלטן אין דער שטאט אין יאר 1897 האט מען געציילט 13,785 איינוואוינער אין דער שטאט, פון זיי 5,608 יידן. אין יענער צייט האט די שטאט געהאט א יידישן שפיטאל און חדרים, אבער נישט קיין אנדער חינוך מוסדות.
דובנא איז געווען א באוואוסטער יידישער צענטער אין מזרח אייראפע. צווישן די יארן 1600–1606 איז דער רב פון דובנא געווען דער "של"ה הקדוש", הרב ישעיה הלוי הורוויץ, פון די גרעסטע רבנים פון אשכנז אין דעם 17טן יארהונדערט.
"דער דובנער מגיד"
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער מערסט באקאנטער ייד וואס זיין נאמען איז פארבונדן מיט דובנא איז געווען הרב יעקב קראנץ, אן אויסגעצייכענטער דרשן וואס האט געוואוינט און געווען טעטיק אין דובנא 18 יאר. דער דובנער מגיד איז באוואוסט פאר זיינע דרשות וועגן אמונה און מוסר, און ער האט געשאפן פיל וואונדערלעכע. רבנים פלעגן קומען הערן זיינע דרשות און רעדן מיט אים. ווען ער האט באזוכט ווילנע, האט דער ווילנער גאון אים געבעטן צו זאגן מוסר. נאך זיין פטירה האט אברהם דב בער פלאם געדרוקט זיינע משלים און דרשות, און זייט דעמאלסט האט מען זיי איבערגעדרוקט א סך מאל אין פארשידענע שפראכן.
ביים חורבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פארן חורבן האבן געוואוינט אין דובנא עטלעכע 12,000 יידן, וואס זענען געווען 59% פון דער באפעלקערונג.