פייער מויער
פײַער־מױער (ענגליש: Firewall) אין קאָמפּיוטערײַ, איז א סיסטעם צו פֿאַרמײַדן ניט געװוּנטשנע פֿאַרבינדונגען דורכן קאָמפּיוטער־נעצװערק װעלכע איז פֿאַרבונדן מיט א קאָמפּיוטער. די סיסטעם קען זײַן אױסגעפֿירט דורך ווײכװאַרג (א קאָמפּיוטער פּראָגראַם) אדער דורך האַרטװאַרג.
Firewall פראגראמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איינע פון די באקאנטע Firewall פראגראמען איז די Zone Alarm פראגראם.
ווינדאז XP איז די ערשטע אפערירן סיסטעם וועלכע מייקראסאפט האט אײַנגעבויט א-Firewall דערין. אין ווינדאז וויסטע האט מייקראסאפט אײַנגעבױט צוויי Firewall פראגראמען, די סטאנדארט Firewall פראגראם וועלכע איז שוין געווען פראדוצירט אין ווינדאז XP און א נייע פארגעשריטענע Firewall פראגראם אונטערן נאמען Windows Firewall with Advanced Security.
אין מאקאס X איז דער פייער-מויער אײַנגעבױט. מען שטעלט אים פון System preferences…|Security