(Translated by https://www.hiragana.jp/)
אשר בנחל ח – װיקיביבליאָטעק לדלג לתוכן

אשר בנחל ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

אשר בנחל בריוו: - א - ב - ג - ד - ה - ו - ז - ח - ט - י - יא - יב - יג


ברודער, ברודער! אפי' עס גייט דיר אדורך שוועריגקייטן לאז דיך נישט צעבראכן ווערן. געדענק דאס וואס די הייליגע חכמים זאגען (ברכות ה.): מה דאך צוליב א געשעדיגטע ציין אדער אויג גייט אן עבד ארויס פריי, יסורים וואס רייניגן אויס די גאנצע גוף פונעם מענטש איז זיכער אז מ'ווערט באפרייט פון פארשיידענע צרות, און ווער ווייסט פון וויפיל שווערע און ביטערע עונשים דו וועסט גע'פטר'ט ווערן דורך דיינע יסורים?! דערפאר, זע מיין געליבטער ברודער, צו שווייגן, און נישט מהרהר זיין נאך השי"ת. אזוי ווי חכמינו ז"ל האבן געזאגט (ברכות נ"ו): ווי אזוי איז מען ריכטיק מקבל די יסורים, דורכן שווייגן. און נאך האבן זיי געזאגט (תענית ח.): א יעדער וואס פריידט זיך מיט די יסורים וואס קומען אויף אים ברענגט ער א ישועה אויף דער וועלט, איז זיכער אז ווען ער שווייגט און ער פריידט זיך נאך, טראץ אלעס וואס גייט איבער אויף אים, ברענגט ער זיכער א ישועה פאר זיך אליין, ווייל אויב ער ברענגט א ישועה פאר דער גאנצע וועלט איז דאך אויף אים זיכער.

טייערער ברודער, דו דארפסט גוט געדענקען אז טייל מאל ווען עס קומען אויפן מענטש צער און יסורים רחמנא ליצלן, ווערט אינגאנצן צומישט די דעת פון אים און ס'דאכט זיך אים אזוי ווי די גאנצע וועלט איז ארויפגעפאלן אויף אים און אזוי ווי, חס ושלום, אלע צרות, יסורים און שווערע עונשים האבן זיך צוזאמגענומען און קומען אויף איין מאל אויף אים ח"ו, אן קיין שום רחמנות און אן קיין שום הרחבה, און דורך דעם ווערט זיין הארץ אינגאנצן פארקרומט, און עס ווערט אנגעפילט מיט קשיות און ספיקות אויף השי"ת רח"ל, און ער ווערט ח"ו אזוי ברוגז אויפן אייבערשטן, אז ער קען שוין אפילו נישט עפענען זיין מויל צו אנהייבן בעטן אויף דאס וואס ס'פעלט אים, זאלסטו וויסן אז דעמאלסט אין יענע רגע אויב דו ווילסט ארויסגיין פון דיין מצב דארפסטו מאכן אן אפטיילונג צווישן איין צרה און צווייטן, זאלסט נישט אויסמישן די צרות אינאיינעם נאר זאלסט דיר מאכן א גערעכטן חשבון. זאל זיין ווי אזוי ס'זאל זיין, די צרה איז איין זאך, און עס האט נישט קיין שייכות מיט די צווייטע צרה, און דאס זעלבע, די צווייטע צרה האט נישט קיין פארבינדונג צו די דריטע צרה און אזוי ווייטער. דורך דעם וואס דו וועסט מאכן פאר דיר דעם גערעכטן חשבון, וועסטו זען אז דו האסט נאך אסאך האפענונג ארויסצוגיין פון אלע צרות און יסורים און פטור ווערן אינגאנצן פון זיי, ווייל געוויינטלעך ווען עס נעמען ארום דעם מענטש צוויי, דריי, אדער אפי' פיר צרות, פארלירט ער זיך אינגאנצן און ס'דאכט זיך אים אז די גאנצע צארן פון הימל האט זיך געעפנט אויף אים און ער קומט ח"ו צו יאוש, וואס דאס איז ערגער פון אלעס. דערפאר איז די עיקר עצה, אפצוטיילן צווישן איין צרה און אנדערן וואס דאס האט טאקע יעקב אבינו ע"ה גע'פועלט ביי השי"ת (בראשית ל"ב): "וְרֶוַח תָּשִׂימוּ בֵּין עֵדֶר לְעֵדֶר" - אז אפי' אינמיטן דעם ביטערן גלות זאל נישט קומען איין צרה נאכן צווייטן און מ'זאל נישט אויסמישן די צרות אינאיינעם, וואס דורך דעם וועט ער זוכה זיין צו טרעפן אסאך הרחבות וואס דער אייבערשטער טוט אים העלפן אפי' אין די אלע צרות, און ער וועט אינגאנצן פטור ווערן פון זיי, און זיין הארץ וועט אים ברייטער ווערן צוריקצוקומען און בעטן פון השי"ת אלעס וואס ער דארף.

דו דארפסט וויסן אז דווקא דורך אלעס וואס ס'גייט אויף דיר דורך קענסטו נאענט ווערן צו השי"ת, ווייל באמת אלע זאכן וואס גייען אדורך אויפן מענטש איז נאר כדי ער זאל צוריקקומען צום אייבערשטן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מנחות נג:): אזוי ווי די זית גיט נישט ארויס זיין אויל נאר דורך צושטויסן, אזוי אויך די אידן קומען נישט צוריק צו השי"ת נאר דורך יסורים, און זיי האבן געזאגט (מדרש רבה פרשת בראשית): דאס וואס שטייט: והנה טוב מאד, דאס איז די מדה פון יסורים, וואס דאס איז זייער גוט ווייל דורך דעם קומט מען צו עולם הבא, ווייל בשעת עס גייט דורך אויף דיר צרות און יסורים און דו ביסט אינגאנצן צעבראכן, דארפסטו וויסן, אז עס איז נישט דא קיין שום אנדערע עצה ניצול צו ווערן פון דעם, נאר זיך צו ווענדן צו השי"ת, און דו זאלסט זיך אזוי שטענדיג צוגעוויינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דער שפראך וואס דו ביסט צוגעוויינט מיט דעם און דו זאלסט זיך אויסרעדן פאר אים דיין גאנצע הארץ און אלעס וואס גייט אויף דיר דורך, אינגאנצן בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי א מענטש רעדט מיט זיין גוטן חבר. וואס זאל איך דיר זאגן? ס'איז נישט דא... ס'איז נישט דא... קיין שום אנדערע עצה נאר צו אנטלויפן פון אלע צרות און יסורים צו השי"ת. אבער דו דארפסט זיך זייער זייער היטן דיין הארץ זאל נישט פארדרייט ווערן מיט עפעס א קרומקייט אז השי"ת איז אין כעס אויף דיר און אז אפשר הערט ער דיר שוין נישט אויס, זאלסטו וויסן אז דאס אלעס איז נאר א דמיון וואס איז אריין אין דיר צוליב דיינע עבירות. אדרבה דו דארפסט וויסן אז אלע צרות און יסורים וואס גייען דורך אויף דיר זענען נאר כדי דו זאלסט אויפהייבן דיינע אויגן צו השי"ת. ווייל נאר וועגן דעם גייט אויף דיר אדורך אזוי סאך. זיי נישט קיין בטלן און עפן דיין מויל און רעד מיט אים אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט און דעמאלסט וועסטו זוכה זיין במשך די צייט פטור צו ווערן פון אלע ביטערניש און יסורים וואס נעמען דיר ארום.