א גריס פון די שטעטאלאך
געזונגען דורך יום טוב עהרליך
א גרוס פון די שטעטאלאך
שווארצע וואלקנס זענען אנגעקומען,
און פארשטעלט פון זוהן די שיין,
און א טרויער האט ארומגענומען,
אט דער קליינער שטעטל מיין,
וואס געבליבן איז דער ליבער חדר,
א מאדערענע שולע איז דארט,
אין די שולן דאווענט מען כסדר,
נאר קיין יוגנט איז ניט דא,
און עס טראגט זיך איין הילכיגער געלעכטער,
פון די קלוגן טאג און נאכט,
אונזערע ערליכע זין און טעכטער,
פון דער השכלה אריינגענארט,
אלעס איז צינויפגעמישט צוזאמען,
אלעס טאנצט און זינגט מיט פרייד,
נישט איין טאטע נישט איין מאמע,
פון וועלט געגאנגען יונגערהייט,
עס ברענט די הויז עס ברענט אויך די ישיבה,
אין יעדן הויז א גרויסער בראך,
מען רייסט קריעה און מען זיצט שבעה,
אויף קינדער וועלכע לעבן נאך,
א גריס פון די שטעטאלאך, די ווינקאלאך די שיינינקע,
א גריס אייך פון דער ליבער אלטער היים,
א גריס אייך פון די געסאלאך, די הייזאלאך די קליינינקע,
א גריס פון יעדן גערטנדל און בוים,
די ישיבאלאך פארלאזענע, די שכנדלאך פארשלאסענע,
די הייזער פול מיט טומל און מיט שרעק,
די הערצאלאך צוריסענע, די ליפאלאך צוביסענע,
די קינדער וועלכע זענען ווייט אוועק.