אמסטערדאם
- דער ארטיקל דיסקוטירט די הויפטשטאט פון האלאנד. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט אמסטערדאם (באדייטן).
|
אַמסטערדאַם (האלענדיש: Amsterdam) איז די הויפטשטאט און אויך די גרעסטע שטאט פון האלאנד. זי איז א שטאט אין דעם פראווינץ נארד האלאנד. די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין די לעצטע יארן פון דעם 12טן יארהונדערט, ס'איז געווען דעמאלטס א קליין פֿישעריי דערפל. דער היסטארישער צענטרום איז באוווּסט פאר זיינע קאנצענטרישע קאנאלן, וואס זענען געבויט געווארן ווערנט דער האלענדישער גאלדענער עפאכע אינעם 17טן יארהונדערט.[1][2][3][4] מען פארגלייכט די שטאט מיט ווענעדיג. אחוץ די קאנאלן, אלע ביידע שטעט האבן א לאנגע היסטאריע פון האנדל מעבר לים.
אין יאר 2009 איז די באפעלקערונג פון אמסטערדאם געווען 762,057- די גרעסטע שטאט אין די נידערלאנד.
דער נאמען אמסטערדאם שטאמט פון "אמסטעלערדאם", ד"ה א דאמבע אינעם אמסטעל טייך.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אמסטערדאם האט באקומען רעכטן ווי א שטאט אין 1300 אדער 1306. נאכן אויפשטאנד קעגן דער שפאנישע רעגירונג אין דעם 16טן יארהונדערט זענען די נידערלענדער געווארן א טאלעראנט לאנד און יידן וואס זענען אנטלאפן פון דער שפאנישער אינקוויזיציע האבן זיך באזעצט אין אמסטערדאם. אינעם 17טן יאר-הונדערט איז אמסטערדאם געווען די רייכסטע שטאט אין דער וועלט. שיפן פון אמסטערדאם זענען אפגעפארן אין דעם באלטישן ים, צפון אמעריקע, אפריקע, אינדאנעזיע, אינדיע און בראזיל. אין סוף פונעם 19טן יאר-הונדערט איז געקומען צו אמסטערדאם די אינדוסטריעלע רעוואלוציע, און מען האט געבויט נייע מוזייען און א באן סטאנציע.
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אמסטערדאם איז א פלאכע שטאט, און אסאך מענטשן פארן ארום אויף ראווערס. די גאסן האבן ספעציעלע ראווער־שטעגן.
דער פובליקער טראנספארט האט טראמען מיט זעכצן ליניעס און א מעטרא וואס האט פיר ליניעס.
האלענדישע באנען האט צען באן סטאנציעס אין אמסטערדאם. אמסטערדאם צענטראל דינט אויך ווי אן אינטערנאציאנאלע באן סטאנציע; פון דארט זענען באן דינסטן קיין אונגארן, בעלארוס, בעלגיע, דייטשלאנד, דענמארק, טשעכיי, עסטרייך, פוילן, פראנקרייך, רוסלאנד און דער שווייץ. צווישן די באנען איז די Thalys אמסטערדאם-בריסל-פאריז באן.
אמסטערדאם סכיפאל פליה-פארט איז 20 מינוט פונעם צענטער פון אמסטערדאם. ער איז דאס גרעסטע פליפעלד אין האלאנד, און דאס פינפטע גרעסטע אין אייראפע.
יודן און יודישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אמסטערדאם האט א היסטארישע יודישע אנוועזנהייט. ספעציעל איז באקאנט ר' אלעזר דער מעשה רוקח, וואס די רעגירונג האט דאן ארויסגעגעבן א ספעציעלע מטבע מיט זיין בילד דערויף לכבוד זיין ערשיינען אין דער שטאט.
דער היינטיגער רב אין אמסטערדאם איז הרב ארי' רלב"ג
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Amsterdamhotspots.nl. דערגרייכט דעם 2007-04-19.
- ↑ Amsterdam Tourist Information - Seven Bridges Festival. דערגרייכט דעם 2007-04-19.
- ↑ World Executive City Guides - Amsterdam. דערגרייכט דעם 2007-04-19.
- ↑ WorldMayor.com - Job Cohen, Mayor of Amsterdam 2006. דערגרייכט דעם 2007-04-19.
וועבלינק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אטען, גריכנלאנד · אמסטערדאם, האָלאַנד · בודאפעשט, אונגאַרן · בוקארעשט, רומעניע · בערלין, דייטשלאנד · בריסל, בעלגיע · דובלין, אירלאנד · העלסינקי, פינלאנד · וואלעטא, מאלטא · ווארשע, פּוילן · ווילנע, ליטע · ווין, עסטרייך · זאגרעב, קראאטיע · טאלין, עסטלאַנד · לוקסעמבורג, לוקסעמבורג · ליובליאנא, סלאָװעניע · ליסבאן, פארטוגאל · מאדריד, שפּאַניע · ניקאסיע, ציפּערן · סאפיע, בולגאריע · פאריז, פראַנקרײך · פראג, טשעכיי · פרעשבורג, סלאוואקיי · רוים, איטאַליע · ריגע, לעטלאַנד · קאפנהאגן, דענמאַרק · שטאקהאלם, שוועדן
|