זשאק שיראק
געבורט |
29 נאוועמבער 1932 פראנקרייך | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט |
26 סעפטעמבער 2019 (אלט 86) פראנקרייך | ||||
מדינה | פראַנקרײך | ||||
ווייב | בערנאדעט שיראק | ||||
| |||||
חתימה | |||||
זשאק שיראק (פראַנצויזיש: Jacques Chirac; 29סטן נאוועמבער, 1932–26סטן סעפטעמבער 2019) איז געווען פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער פון פראנקרייך, און בירגערמייסטער פון פאריז.
זיינע יונגע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זשאק שיראק איז געבוירן געווארן דעם 29 נאוועמבער, 1932. ער האט געלערנט אין פאלקסשולע, און דערנאך אין פאליטישער שולע, וואו ער האט גענומען אן אקטיווע טייל, אנהייב איז ער געווען א קאמוניסט, ווען ער האט געענדיגט שטודירן, האט ער זיך אנגעשלאסן אין דער ארמיי, און געווען א זעלנער, אין אלזשיר, ביי דעם פרייהייטס קריג, און ער איז פארווונדעט געווארן.
נאכן קריג האט ער געלערנט אין דער נאציאנאלע שולע פאר פירערשאפט, וואס דאס דינט פאר א שפרינג בעטל פאר פאליטיקער.
אלס פרעמיער מיניסטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1974, איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס פרעמיער מיניסטער, אין דער רעגירונג פון דאסטאן. צוויי יאר דערנאך, האט ער רעזיגנירט, און ער איז געלאפן פאר בירגערמייסטער אין פאריז, ער האט דערפאלגרייך געווינען, און זיין נייע פארטיי וואס ער האט געגרינדעט, האט זיך זייער געשטארקט, שפעטער איז ער ווידער אמאל געווען פרעמיער, אונטערן סאציאליסט פראנסוא מיטראן, אין 1988, איז שיראק געלאפן אלס פרעזידענט קאנדידאט, פון די רעכטע פארטייען, קעגן מיטראןאבער פארלוירן.
אלס פרעזידענט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1995, נאכן לויפן דאס דריטע מאל, איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט, און קורץ דערנאך האט ער אנגעהויבן מיט סייענטיפישע יאדערישע פרובירונגען, וואס דער וועלט האט פארדאמט, אין זיין ערשטע קאדענץ איז ער געצווינגען געווען, אויפצושטעלן א פאראייניגטע רעגירונג, מיט די לינקע פארטייען, און דאס האט אים אפגעהאלטן פון טון דראסטישע ענדערונגען, וואס ער האט פארשפראכן צו טון, פאר די וואלן.
ווען שיראק איז געלאפן פאר ווידערוויילונג, איז לע פאן, א באוואוסטער רעכטער ראדיקאל, אריינגעקומען צווייט, און זיי האבן געהאט א ראנאף, ווי די לינקע האבן זיך געאייניגט מיט זיין פארטיי, אלע האבן געקליבן פאר שיראק.
אין יאר 2002, האט א רעכטער ראדיקאל, פרובירט דורכפירן אן אטענטאט אויף שיראק, וואס איז דורכגעפאלן, און דער שיסער איז געכאפט געווארן, און פאראורטיילט געווארן צו 10 יאר טורמע.
שיראק האט זיך שטארק קעגנגעשטעלט דעם קריג אין איראק, וואס זשארזש בוש האט אנגעפירט, דאס האט אים צוגעגעבן אסאך פיינט אין די פאראייניגטע שטאטן, פאראייניגטע קעניגרייך, און אנדערע לענדער, און אייראפע איז ער אבער געווארן א העלד.
אין 2007, האט ער געמאלדן, אז ער טרעט ארויס פון פאליטיק, און ער האט פון אנהייב, געשטיצט זיין פרעמיער מיניסטער, ווילפאן, אלס נאכפאלגער, אבער שפעטער ווען עס איז קלאר געווארן אז ניקאלעס סארקאזי גייט געווינען, האט ער אים געשטיצט.
זיין פאליטיק קעגן יידן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיין פאליטיק בנוגע ישראל, איז געווען פרא-פאלעסטינער,נעמענדיק א קלארע שטעלונג קעגן ישראל, אריק שרון, איז אויפגענומען געווארן אין פראנקרייך גאר קאלט, און נאכן רעדע פון שרון, ווי ער ווענדט זיך צו די פראנצויזישע יידן, אז זיי זאלן מאכן עליה, נאכן אנטיסעמיטישן אויפשטייג אין פראנקרייך, איז ער געווארן ווי איגנארירט.
יאסיר אראפאט איז אריינגענומען געוארן אין א מיליטערישע שפיטאל, איידער ער איז געשטארבן, און נאכדעם האט ער געהאט א קעניגליכע לוויה.
דאס ריקצוג פון שרון, פונעם עזה שטרייף האט געברענגט אן ענדערונג, אין זיין פאליטיק בנוגע ישראל, און שרון איז אויפגענומען געווארן מיט כבוד מלכים, אויף א באזוך אין פאריז, נאך צוויי יאר וואס שיראק האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים.
שיראק האט אנערקענט אין די פארברעכנס וואס דער ווישי רעגירונג איז באגאנגען קעגן יידן, ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, עס האט געברענגט צו א שטורעם אין פראנקרייך, נאך די אלע יארן, וואס דער שולד איז געגאנגען צו די נאציס.