אטעלא
אטעלא, דער מאר פון ווענעדיק (ענגליש: The Tragedy of Othello, the Moor of Venice) איז א טראגישע פארשטעלונג פון וויליאם שייקספיר, געשריבן ארום ה'שס"ג און ערשט געשפילט אים ווייטהאל פאלאץ, לאנדאן, אום ח' חשוון ה'שס"ה. שייקספיר'ס שטוק באזירט אויף דער ערציילונג א מארישער הויפטמן (Un Capitano Moro) פון דער איטאליענישער מחבר סינטיו, געשריבן אם ה'שכ"ה. אטעלא איז איינער פון שייקספיר'ס באקאנטסטע שוישפילער; דער פארשטעלונג'ס באהאנדלונג פון טעמעס ווי ליבע און ראסיזם מאכן זי נאך היינט זייער באליבט, און זי איז אפט געצייגט. א סך פילמען און אנדערע אדאפטאציעס זינד געמאכט נאך איהר.
משה זייפרט שאפטע די ערשטע יידישע איבערזעצונג פון אטעלא אם ה'תרנ"ג; זיינער ווערסיע איז ערשט געצייגט געווען ביי וינדזאר טעאטער, ניו יארק, אם י' חשוון ה'תרנ"ד.[1]
די געשיכטע דערציילט פון אטעלא, א מאר – א טונקל-הויטיגע פאלק וואס אמאל געוואוינט אין צפון-מערב אפריקע – דער דינט אלץ פעלדהער פיר דעם ווענעדיקער דאזש (הערצאג). אטעלא האט זיך פארליבט אין דעזדעמאנע, די טאכטער פון סענאטאר בראבאנציא, און זיי האבן געהייראט. בראבאנציא גלויבט נישט וואס זיין טוכטער ליבט א שווארצן מאן. שפעטער פארן זיי קיין קיפראס, וואס איז פון די אטאמאנען אנגעגריפען. יאגא, א שונא פון אטעלא שטעלט זיך אלץ זיין חבר, אויספאפט דער מאר און איבערצייגט אים דאס זיין ווייב האט גייענצט מיט מיקל קאסיא, זיינער דעפוטאט. אטעלא מארדעט דעדזעמאנע צוליב קנאה, אבער דעמאלסט לערנט ער דעם אמת פון אמיליא, יאגא'ס וייב. אטעלא שטעכט יאגא אבער הארגעט אים נישט, ווייל ער וויל אז ער זאל לעבן מיט זיינעם שולד, און טוט זעלבסטמארד.
רעפערענצן
- ↑ Joel Berkowitz. Shakespeare on the American Yiddish Stage. University of Iowa Press, 2005. זייטה 77.
וועבלינקען
אטעלא: טראגעדיע אינ 5 אקטן. סאוועט-יידיש איבערזעצונג פון י. גאלדבערג. מעלוכע-פרלאג פונ ווייסרוסלאנד, ה'תרצ"ה.