בעטאַ (אייבערשטער פֿאל Β, אונטערשטער פֿאל β; גריכיש: Βήτα) איז דער צוויטער אות אין דעם גריכישן אלפֿאבעט. אין דער סיסטעם פֿון גריכישע נומערן האט ער דעם ווערט 2. ער שטאמט פון דעם בית אין כתב עברי. דער לאטיינישער בוכשטאב B און די קירילישע בוכשטאבן Б און В קומען פון בעטא.